Аналитика Telegram-канала
Подписчики
283
Публикаций
12
Динамика подписчиков
7 дней
30 дней
6 месяцев
Больше
30 окт2 ноя5 ноя
Показаны последние 7 дней
Больше истории →
Охваты публикаций
09.1026.1026.10
12
Средний охват
22
Лучший результат
Показаны 3 публикации — последние в канале
Больше статистики →
Упоминания
6
Упоминаний
0
Из них репостов
5
Каналов
0
Упоминаний
0
Из них репостов
0
Каналов
Последние посты
3 из 12 2 из 12"אינערציע" (inertia)
עס איז באקאנט אז דער פיזיקער סיר אייזיק ניוטאן האט אנטדעקט דאס מציאות פון גראוויטי, אז יעדער אביעקט ציעט צו זיך אנדערע אביעקטן, און וואס שווערער די זאך איז אלץ שטארקער ציעט עס, דערפאר פאלט אן עפל אראפ צו דער ערד און נישט פארקערט. אזוי אויך האט ער געשריבן די געזעצן פון תנועה (motion), וויאזוי זאכן רוקן זיך. דאס זענען פאקטן אין פיזיק וואס ער האט אבזערווירט, וויאזוי די פיזישע וועלט אפערירט.
מר. ניוטאן האט זיך געפלאגט צו פארשטיין אזא פאראדאקס:
ווען א וואגן שטייט אויף איין ארט, איז זייער שווער עס צו שטופן ס'זאל אנהייבן צו פארן. עס לייגט זיך שיין אויפן שכל אז עס איז אזוי, ווייל עס וועגט דאך אסאך, איז נישט מער ווי נארמאל אז גראוויטי האלט עס אראפ עס זאל זיך נישט רוקן פון ארט.
פארוואס אבער, האט ניוטאן נישט געקענט פארשטיין, וועט זיך דער וואגן אנדערש אויפפירן ווען עס האלט שוין אינמיטן פארן. אויב האלט עס אינמיטן פארן שנעל, וועט זיך קיינער נישט דערוואגן עס צו שטיין אין וועג, און מען וועט דארפן נוצן גאר א שטארקע קראפט עס אפצושטעלן.
פארוואס איז דער זעלבער וואגן אזוי שווער אפצושטעלן? גראוויטי האלט עס דאך אראפ, וואלט עס געדארפט זיין אסאך גרינגער עס אפצושטעלן, זיכער נישט שווערער.
דער ענטפער איז אז דאס וואס מאכט שווער א וואגן זיך צו רוקן, איז פונקט דאס זעלבע וואס מאכט שווער עס אפצושטעלן: דעם וואגנ'ס אייגענע וואג (mass).
דאס האט אים געפירט צו שרייבן דאס ערשטע געזעץ פון תנועה, וואס זאגט אז א זאך וואס שטייט וויל בלייבן שטיין, און א זאך וואס פארט וויל ווייטער פארן, ביז א דרויסנדיגע קראפט צווינגט עס צו טוישן.
אויף פשוט אידיש: יעדע זאך וויל ווייטער טון וואס זי טוט.
קרעדיט:
אלימלך גראסס
דער נאך יו"ט סינדראם - שריפט
ещё
22
0
26 окт, 07:28
"אינערציע" (inertia)

1
0
26 окт, 07:25
עזה כמות
און דערנאך דארף מען גיין צום טונעל אליין. דער קאמפלעקס פון די טונעלן וואס כאמאס האט געהאט געבויעט אונטער עזה איז געווען ריזיג גרויס. לאמיר פארשטיין, גאנץ עזה איז ארום 26 מייל לאנג און ארום 6 מייל ברייט אין דורכשניט. אין שטח איז עס 141 סקווער מייל גרויס.
יעצט לאמיר נעמען די נומערן און דאס פארגלייכן מיט דער אבנארמאלער נעץ פון טונעלן וואס געפינען זיך אונטער עזה. די רעדע איז פון צווישן 350 און 450 מייל לענג פון טונעלן וועלכע געפינען זיך אונטער דער ערד אין עזה. דאס איז אן עקסטרעם גרויסער ציפער פון טונעלן, וועלכע האבן לויט באריכטן געהאט איבער 5,700 אריינגענג.
געוויסע פון די טונעלן זענען געווען עטליכע שטאק אונטער דער ערד, און אנדערע זענען געגאנגען אזוי טיף ווי צוואנציג שטאק, אדער 200 פוס, אריין אין דער ערד!
קרעדיט:
פינחס לייפער
עזה אויפגעדעקט - שריפט
ещё
12
0
1 9 окт, 18:25
Продолжить анализ этого канала
- История роста подписчиков
- Просмотры и охваты публикаций
- Кто упоминает канал и кого упоминает он
- Похожие каналы и подбор для рекламы
Открыть аналитику
Демо до 14 дней